אויסלאנד. דער 5טער קאנגרעסס. וויען —לויט דיא בעשטימונגען פון וויענער אק־ ציאנס־קאמיטע, וועט דער 5טער ציוניסטישער וועלט־קאנגרעסס אבגעהאלטען ווערען אין באזעל, פון 26 ביז 29טען דעצעמבער 1901. פאלגענדעס פראגראם איז בעשטימט: Iטער טאג [דאנערסטאג] A. פארמיטאגס־זיטצונג, 10 אוהר. I. דער פרעזידענט פון אקציאנס־קאמיטע ער־ עפענט דעם קאנגרעסס מיט דיא פאר־ שטעללונג פון איין אללגעמיינעם בעריכט. II. ערוועהלונג פון קאמיטע אף קרעדענישאכס פון קאנגרעסס־ביורא אונד אנדערע קא־ מיטעען. III. 3 געשעפטס־ארדונג. IV. 4 פינאנץ־בעריכט פון דער אקציאנסקאמיטע. a) אללגעמיינער בעריכט. b) טרעזארערס בעריכט. B. נאכמיטאג זיטצונג, 4 אוהר. V. דעבאטע וועגען דעם בעריכט דער אקציאנס־ קאמיטע. IIטער טאג [פרייטאג] A. פארמיטאגס־זיטצונג, 10 אוהר: VI. פראגען וויא צו שטעללען דיא אידען אויף א העכערע קערפערליכע, גייסטיגע אונד עקא־ נאמישע לאגע: הויפטרעדנער דר. מאקס נארדוי. a) פערהאנדלונגען וועגען דיעזען געגענ־ שטאנד אין אלגעמיין. b) פערהאנדלונגען אין ספעציעלע פונקטען 1. דיא קערפערליכע פערבעסערונג. 2. דיא גייסטיגע פערבעסערונג: A) אידישע געשיכטע, ליטעראטור אונד שפראכע, B) אידישע קונסט, C) אידישע וויסענשאפט. D) פאלקס־בילדונג און פאלקס־ערציעהונג. 3. דיא עקאנאמישע פערבעסערונג. דיא דעבאטען וועגען דיא פראגען פון דיעזען פארטראג וועלען דיעזען טאג פארטגעזעצט ווערען אהן אונטערברעכונג ביז 3 אוהר נאכמיטאג.
The Maccabaean · Vol. I, No. 1 · October 1901
46printed page
scan 44 of 54
scan 44 of 54