דיא נאטהווענדיקייט זיך צו קענען און זיך צו פערשטעהען, און דארום האט ער אויך מעהר זעלבסט־רעספעקט, מעהר זעלבסט־געפיהל. נארדי בעהאנדעלט דעם ציוניזמוס אלס דאק־טאר, אלס מעדיצינער. וויא קען מען היילען א קראנקען, וועלכער ווייס נאר ניט אז ער איז קראנק? וויא קען מען פערשרייבען א רעצעפט, ווען דער קראנקער פערלאנגט עס ניט? ווען דער קראנקער קומט צום דאקטאר און בעקלאגט זיך אז עס טהוט איהם וועה, קען מען זוכען מיטטעל וויא אזוי איהם צו היילען. מיט דעם ציוניזמוס איז עס פונקט דאסזעלבע. זאלאנג דאס פאלק, דיא מאסע, פיהלט ניט אז עס פעהלט איהר עפעס, קען מען זיא ניט קורירען. דער פאציענט קען אזוי שטאר־בען און זאלל ניט רופען קיין דאקטאר. ציוניזמוס איז יודענטהום, אידען מוזען אלזא זיין ציוניסטען אדער נאר ניט זיין. ווען א געוויסע גרופע אידען פיהלט ניט דעם ציוניזמוס, פערשטעהט איהם ניט אדער ווילל איהם ניט פערשטעהען, וועט זיא אין א געוויסער צייט מעהר ניט געהערען צום יודען־טהום.
לאמיר יעטצט מאכען א קורצע איבערזיכט אי־בער דיא פערשיעדענע ציוניסטען. מען האלט זיי געוועהנליך פיר פערשיעדענע פארטהייען און מען רופט זיי: קאלאניזאציאנס ציוניסטען, פאליטישע ציוניסטען, עקאנאמישע ציוניסטען אונד קולטור ציוניסטען. אייניגע דענקען זאגאר אז דיעזע פער־שיעדענע ציוניסטען שטענען אין אפאזיציאן אדער זאגאר פיינדליך איינער געגען אנדערן, אין דער וואהרהייט אבער זיינען עס נור פערשיעדענע ענט־וויקלונגס שטופען פון ציוניזמוס און, אזוי וויא „אללע וועגען פיהרען נאך ראם,“ אזוי פיהרען אלע דיעזע ציוניסטישע אנזיכטען צו איין ציעל: צו בילדען א פעסטעס, ציעל בעוואוס־טעס איבערצייגטעס און אפפער־וויליגעס יודענטהום, וועלכעס וויל אויפהאלטען זיין נאציאנאליטעט דורך דעם פא־ליטישען ציוניזמוס.
א. טאנענבוים.
פיער קאנגרעסען, וועלכע דר. הערצל האט בער־פען נאך באזעל און לאנדאן, האט דייטליך בעוויע־זען, אז דער פאליטישער ציוניזמוס, אדער דער נא־ציאנאלער ציוניזמוס האט געפונען אן אבקלאנג אין דיא הערצער פון אללע אידען אין אללע לענ־דער, אין דערזעלבער צייט אבער האט עס זיך ארויסגעוויעזען, אז נור דיא אינטעליגענץ פון דיא אידען פערשטעהט איהם און פיהלט איהם, פאר דער מאסע איז ער נאך צו הויך, ווייל דער מאסע פעהלט נאך דער נאציאנאלע שטאלץ, דאס נא־ציאנאלע זעלבסטנעפיהל, דער נאציאנאלע רעס־פעקט פיר זיך אלליין.
דא האט מאקס נארדי ארויסגעזאגט מיט זיין געוועהנליכער אפענהערציגקייט און טרעפליכקייט: „דיא אידען מוזען זיין ציוניסטען אדער זיי וועלען נאר קיינע אידען זיין.“ מיט דיעזע עטליכע ווער־ ריכטונג דעם ציוניזמוס. זיינע דעפיניציאן איז פאלגענדע ציוניזמוס הייסט יודענטהום און יר־ דענטהום איז ציוניזמוס.
אונטער דעם ווארט יודענטהום פערשטעהען מיר אללעס וואס דאס אידישע פאלק האט אויסגע־ארבייטעט זייט עס איז געווארען צום פאלק ביז אויף היינטיגען טאג, אללע אייגענטהימליכקייטען פון אידישען פאלק, זיינע לעהרען, זיין מאראל, זיין שפראכע, זיין געשיכטע, זיין נאציאנאלעס שטרע־בען און זיין בערוף.
דער ציוניזמוס שטרעבט אלזא בעקאנט צו מא־כען דיא מאסע מיט דעם יודענטהום, אויפצואווע־קען אין אידישען פאלק ליעבע אונד אכטונג פיר זיין פערגאנגענהייט און דארט האפען און שטרע־בען פיר דיא צוקונפט. דער ציוניזמוס וויל צוריק מאכען פון דער מאסע עכטע, וויסענדע, פיהלענדע און שמאלע אידען, וועלכע זאללען זיך אלליין קענען, זיך אלליין פערשטעהען און זיין אים שטאנד צו שעצען און צו אכטען זיינע קרעפטע.
נארדי'ס ציוניזמוס איז לעבען דעם פאליטישען א קולטור ציוניזמוס און דארט האט דיעזער ציוניזמוס אזוי בעגיסטערט דיא יוגענד אין דיא פרייע לענדער, וואו דער יוגענד מאן פיהלט