The Maccabaean · Vol. I, No. 3 · December 1901
152printed page
scan 48 of 102

שליססלען", מיט וועלכע אונזערע פיינד האבען פראבירט צו עפנען די טהירען פון אונזער פאר טערלאנד, האבען ניט עררייכט זייער צוועק; אבער ווען וועלען מיר בעקומען דעם ריכטיגען שליססעל, דאס וועט אונז דיא צוקונפט צייגען.

עס איז שווער, זעהר שווער איבערצוגעבען מיט ווערטער, וואס דאס אידישע הארץ פיהלט, ווען עס רוקט זיך צו לאנגזאם, ביסלאכווייז, שריטט ביי שריטט צו דעם הייליגען לאנד, צו אונזער אל-טען פאטערלאנד, צום באדען וועלכער איז זאפיעל בעוויינט אונד בעזונגען. — צו אונזער הייליגער ארץ ישראל!

דאכט זיך בלויז צוויי ווערטער — "ארץ" אונד "ישראל", אבער וויא פיעל טרעהרען, בלוט אונד אייטער ענטהאלטען זיך אין דעם ערשטען ווארט, אונד וויא פיעל מארך, גייסט, הארץ אונד זעעלע ענטהאלטען זיך אין דעם צווייטען! דיא גאנצע וועלטגעשיכטע איז אין זייא פערבארגען, אונד טייכען פון בלוט אונד פאעזיע פליעסען ארויס פון זייא. איין בליק אויף דיעזען לאנד איז גענוג צו ערוועקען יאהרטויזענדע געשיכטע, אונד דאס הארץ וויל זיך ארויסרייסען פון דער ענגער ברוסט אונד זיך צוגיעסען מיט זיין הייסעס בלוט איבער דעם מזבח פון אונזער נאציאן, אויף דעם הייליגען באדען פון אונזער אלטען פאטערלאנד. דיא אויגען פיללען זיך 'אהן מיט טרעהרען, מיט הייסע טרעהרען, וועלכע פליעסען פון אויגען וועלכע וויינען שוין איבער 18 יאהרהונדערטע אונד האבען נאך ניט אויסגעוויינט מיטלייד אונד ערבארמונג פון אונזער ביטטערען שיקזאל.

דיא מוטטער איז אלט אונד פערוויסטעט, דאס קינד איז פרעמד אונד פערניסטערט, אונד דיא בענעגנונג צווישען מוטער אונד קינד איז שרעקליך אונד גרויזאם. הימטעל אונד ערד ציטטערן אין יענער צייט, אונד דאס מענשליכע הארץ, וועלכעס איז גיט אים שטאנד איבערצומראגען דעם שטורמ ווינד פון געפיהלען, ווערט פערצאפעלט פון אנגסט אונד שרעק. דער מענש פאללט אניעדער צו דער גאנצער קראפט פון זיין לייב אונד זעעלע! . . .

דר. מ. מינץ,

גיו יארק.

וויא דער פאלל פון לעסטעפס ביי דעם פאנאמאר קאנאל. דיא געשיכטע האט אפטמאל ליעב צו מאכען א שפאס איבער'ן מענשען, אונד וועה איז צו דעם, וועטען עס איז בעשעהרט זיך אנצושטויר סען אן דעם הינטערפיסעל וואס דיא געשיכטע האט איהם אונטערגעשטעללט. ארימער לעס סעפס! פאר דיין ארבייט ביים סועץ-קאנאל האט מען דיר געגעבען א פלאטץ אויבען אן אין דעם גרויסען "מוזעאום דע לואווער" אין פארז, אונד פאר דיין ארבייט ביים פאנאמאר-קאנאל האט מען דיר געוואלט געבען א פינסטערעס ציטער'ל אין דעם געפענגניס! עס איז שווער צו זיין א גרויסער מאנן, אונד קאלומבוס איז גיט געווען דער איינציגער, וועלכער האט מיטגענומען אייזערנע קעטטען צו זיך אין קבר — אייזערנע קעטטען פאר א גאלדענעס לאנד! . . .

ביז צוועלף שטונדען האבען מיר פערבראכט אין פארטיסאציע אונד אום זיעבען אוהר אבענדס זיינען מיר אבגעשוואומען נאך 'אפפא. דאס איז געווען דיא לעצטע נאכט, וועלכע מיר האבען פערבראכט אויף דער שיף, אבער דיעזע נאכט האט אונז אויסגעוויעזען לענגער וויא דיא גאנצע רייזע. דיא שיף האט זיך ביסלאכווייז אבגעדרעהט פון אפריקא אונד האט גענומען דיא ריכטונג נאך אזיען. מיר זיינען געשטאנען וויא פערגליך ווערט אונד האבען געזוכט צווישען דיא. שטערענס אין היממעל אונזער אלטען נאציאנאלען שטערן, וועלכער האט אמאל געשיינט אונד געלייכטעט מיט זא פיעל שטאלץ, גלאנץ אונד פראכט. דיא נאכט איז געווען א שטיללע אונד דיא אבערפלעבע פון דעם ים איז געווען רוהיג אונד גלאטט וויא אויף א שטעהענדען וואססער. עס האט אויסגע־ וויעזען אזוי וויא דער ים האט געהאט מיטלייד מיט אונזערע געפיהלען אונד האט ניט געוואללט זיי שטערען מיט זיין פירכטערליכען גערויש. איז ישראל'ס שטערן אויף עוויג אויסגעלאשען אדער ער איז נור פערצויגען געווארען מיט א געדיכטען וואלקען, אום אין דער צוקונפט וויעדער צו ערשיי־ נען אין זיין פאללער קראפט אונד מאכט? דיעזע פראגע קען אונז בעאנטווארטען נור דיא צייט זעלבסט, אונד אין איהר שויס ליעגט דער שליס־ סעל צו אונזער גליקליכער צוקונפט. אללע „נאכ־