The Maccabaean · Vol. I, No. 3 · December 1901
XXXIVprinted page
scan 88 of 102

רער. ער צייגט אויף דאס ביים בנין בית שני זיינען געהערט געווארען ריעזעלבע טענות געגען דיא נביאים און פיהרער וויא דיא וואס מאנכע ארטהאד דאקסען בריינגען יעטצט געגען ציוניזמוס, און וואר רען פאלש דאן וויא זייא זיינען פאלש יעטצט. ער ווייזט דאן וויא פאלש עס איז דער געשריי פון דיא רעפארמער דאס א ציוניסט קען ניט זיין איין גוטער מער בירגער אין זיין לאנד.

דער פרעזידענט שטעלט פאר מיסטער קלארענס י. דע סאלא, פרעזידענט פון דיא ציוניסטישע פער- דעריישאן אין קאנאדא.

מר. דע סאלא בעגריסט דיא קאנווענשאן אין נאמען פון קענעדער ציוניסטען. ער ערצעהלט אז דער ציוניזמוס האט עררייכט אזעלכע פערווארפענע ווינקלען וויא בורמאה און אראביען. ער שפריכט וועגען דיא נאטהווענדיגקייט פון גוטע ארגאניזאציאן אין ציוניזמוס און וויא וויכטיג עס איז דאס יעדער זאלל בלייבען טריי צו דיעזער ארגאניזיישאן, ניט אכטענדיג אויף מאנכע פעהלער וואס ער קען געפינען דא און דארט, וועלכע ווערלען דאך ענדליך אויסגעבעסערט ווערען. ער אפערלירט צו דיא אנוועזענדע צו האלטען פעסט אן ציוניזמוס, אן יודישע אידעאלען אן יודישע פרינציפען.

דר. ווייז רעדט וועגען דיא וויכטיגקייט פון א מאנאטליכען זשורנאל אין ענגליש און יודיש. ניט נור ווערען דיא ציוניסטישע נייעס פערדרעהט אדער גאר ניט געבראכט אין דיא מייסטען יודישע צייטונגען, ניר זאגאר דיא אלגעמיינע יודישע נייאיגקייטען ווערען ניט בעריכטעט ריכטיג און מיט פערשטאנד. עס איז דארום העכסט נאטהווענדיג צו האבען פארלייפיג וועניגסטענס א מאנאטליכע אויסגאבע, ריין און שטארק, וועלכע זאל צוזאמענהאלטען דיא ציוניסטען פון אמעריקא מיט דיא יוען פון דער גאנצער וועלט, אונד וועלכע זאל רעפרעזענטירען דעם ציוניזמוס וויא ער איז. ער שלאגט פאר דאס א קאמיטע זאלל ערנאנט ווערען אויסצוארבייטען א פלאן וויא ארויסצוגעבען דעם זשורנאל. מר. מייער אונטערשטיצט דעם פארשלאנד.

דער פרעזידענט מעלדעט דאס מר. מייער האט אויסגעארבייטעט א געשעפטס־פלאן צו ערמעגליך כען דיא ארויסגאבע פון א זשורנאל.

דער פאר שלאג ווער דאן אנגענאמטען איינ שטימיג.

דער סעקרעטער לעזט פאר איינע אנצאהל בער גריסונגס-טעלעגראמען אן דיא קאנווענשאן פון ציוניסטישע פעראיינען איבערן גאנצען לאנד. מר. לאנדע (באסטאן) אלס טשערמאן פון קרע-דענשיאל קאמיטע לעזט פאר זיין בעריכט, וועלכער ווערט אנגענומען.

מר. מייער (פילאדעלפיא) שלאגט פאר דריי אמענדמענטס צו דיא קאנסטיטושאן: 1. דאס אללע בעאמטע פון פעדעריישאן און אללע דעלע־ גאטען צום קאנווענשאן מוזען זיין שערהאלדער פון דיא יודישע קאלאניאל־באנק. 2. דאס אללע אמע־ ריקאנער דעלעגירטע צו דיא ציוניסטישע קאנגרע־ סען מוזען זיין בעשטעטיגט פון דיא יעהרליכע קאנגרע־ ווענשאן פון דיא אמעריקאנער פעדעריישאן. 3. דאס יעדער ציוניסטישער פעראיין זאלל זיין פערפפליכ־ טעט צו פערקויפען שערס פיר דיא יודישע קאלא־ ניאלבאנק; און דאס איינע אויסשטעללונג פון פא־ לעסטינא פראדוקטען זאל פעראנשטאלטעט ווערען בייא יעדע יעהרליכע קאנווענשאן פון דיא פעדער־ יישאן.

דאס ערשטע אמענדמענט רופט ארויס לאנגע דעבאטען. עס שפרעכען דיא העררען וואלדשטיין עללען, הארריס, פישמאן, זילבערמאן, אונד מיס פרידמאן דאנענען, דיא העררען בלוטבערג, זאר־לאטקאף, ראפעל און אנדערע דזאפיר. דיא פער־טהיידיגער פונ'ס אמענדמענט בעהויפטען אז יעדער איז אין שטאנד צו קויפען א שער פיר 5 דאלער און אז עס איז צייט דאס דיא ציוניסטען זאלען בריינגען עטוואס גרעססערע אפפער פיר זייער אידעאל. דיא געגנער ערקלעהרען דאס זאלכע געזעצע קעגען פיהרען צו שטארקען דעם איינ־פלוס פון געלד אין דער ציוניסטישער בעוועגונג, וועלכעס איז געגען דעם גייסט פון ציוניזמוס. דאס אמענדמענט ווערט אבגעשטימט און פאלט דורך.

דאס צווייטע אמענדמענט ווערט אפאנירט הויפטזעכליך פון רעוו. זעף. ער בעהויפטעט אז יעדע שטרעטונג צום ציוניזמוס האט א רעכט רע־פרעזענטירט צו ווערען אויפ'ן קאנגרעס. מיסטער מייער ציעהט צוריק זיין אמענדמענט.

ביידע פונקטען פון דריטען אמענדמענט ווערען אנגענומען.

רעוו. דר. יאסטראוו האלט איינע לעגנערע גלענד צענדע רעדע. ער רעדט וועגען דיא נאטהווענדיג קיט פון האבען פאללעס צוטרויען אין דיא פיהר