The Maccabaean · Vol. II, No. 2 · February 1902
114printed page
scan 62 of 80

אונזער אסתר האט אויף די גאנצע וועלט ארומשפאצירט,איבעראל וואו מאמא'ס פינגער האט געפיהרט.זי האט בעגריסט די גרענעצען פון יעדער זייט —זי האט געלאכט צו מדינות פון נאענט און ווייט.

זי האָט זיך נעטהאָן א גליטש איבערן גרויסען מעער, און האט נעבליקט אויף אמעריקא אהין-און-אהער ; זי האט נעקוקט אויף איהר היים, פלאטען פון איהר ווינדער. און בעוואונדערט פון אָנקעל סעם דעם אָדלער פליגעל.

פון אמעריקא איז איהר פיננער נעשפרונגען צוריק, און זי האָט אויף רומעניען נעווארפען איהר בליק. זי איז געוואָרן פאָל צאָרן רויט, ווי א בלום אין מאי, און זי האט דערטריינקט גאנץ רומעניען אין א שפאי !

אסתר'ס נעזיכטעלע, זא רונד ווי איין עפעלע, האט באמערקט א לאנד קליין ווי א שפילקע קעפעלע. זי האט אננעשפארט איהר עלענבויגענדיל אן כינא, און זי האט נאנץ ערנסט נעקוקט אויף פאלעסטינא....

— מיין קינד, זעהסטו דיזע שטריכעלאך און פארבען? אָט דאָרט, דאָרט איז געפֿאָהרען דיין זיידע שטארבען ! דארט איז אויך געפֿאָהרען דיין גרויסער ברודער לעבען, ארבייטען דיא ערד וואס וועט איהם פרנסה געבען.

אסתר'ל האט באלד איהר מיילעלע צום קארטע אויסנעשטרעקט, און זי האט מיט איהרע הערעלאך נאנץ אזיען באדעקט ; זי האט עפעס נעמורמעדט שטיל א זיסען גרום, און זי האט בעהאלטען נאנץ ירושלים אין א קום.

ג. זעליקאוויץ.