נען מים א קרעדיט אויף 6 מאנאט. דיא אויס־געארבייטעטע וואארע קען זאפארט פערקויפט ווערען, און דער ארבייטער קען זיך שוין זעהן מיט דעם פראפיט פון זיין ארבייט. אָרגאניזאציאן דאס איז דאס ערשטע און לעצטע ווארט פיר דיא עקאנאמישע אבזיכטען. און וואו האט איהר דען נאך אזא נוטעס מיטעל אום צו ארגאניזירען דיא צווייטע און צערשפרייטע אידי־שע מאסע וויא דער ציוניזמוס איז? זאל דאס פריהער נעהמען אין האנד צו בילדען קא־אפערא־טיווע געזעלשאפטען. אויף דיעזער ארט וועט דאס געבען ברויט דיא הונגעריגע, פיהרען דיעזע וואס זיינען פערנאכלעסיגט געווארען אין גלות.
וויא מיר זאללען שטייגען.
איך וויל יעצט ניט איינגעהען אין דיא איינצעל־הייטען פון גייסטיגע פערבעסערונג. אלעס וואס מען קען זאגען איבער דיעזען געגענשטאנד, איז בלויז לעערע פראזען, אזוי וויא דיא מיטלען פעה־לען דערצו, נעהמליך, געלד. נאטירליך, ווען מיר וואלטען געקענט פערווענדען דאס געלד וואס געהט יעצט לאיבוד אונטער אידען וואלטען מיר געקענט ערריכטען פראכטפאלע שוהלען, וואס וואלטען פעראורזאכט אידען זאל ניט באנג טהאן ווארום מען וויל ניט אויפגעהמען זייערע קינדער אין דיא עפענטליכע שוהלען. אבער איך וויל ניט פערליערען קיין צייט מיט „ווען“ און „אויב“. וויא דער צושטאנד איז, קענען מיר ניט פיעל טהאן. פרייע לעקטשורס זינען זעהר ניטצליך, אבער זיי זיינען בלויז א געוויסע פארמע פון פילאנטראפיע, פון גייסטיגע צדקה, און, דאפיר, זיינען זיי אויך ניט אין גאנצען קיין אונגיליכע מתנה. גוטע פא־פולערע ווערקע און גוט רעדאקטירטע צייטונגען און צייטשריפטען זיינען אויך אהנע צווייפעל פון גרויסען ווערטה. אבער רעדען דאריבער איז בלויז צו זאגען שעהנע פראזען, כל־זמן מיר האבען קיין געלד צו פראדוצירען אזא ליטעראטור און דאס פאלק האט קיין געלד ניט דאס צו קויפען.דיא פערזיכערונג פון טעגליכען ברויט פיר דיא אידישע מאסען און דיא טעגליכקייט עטוואס צו ערשפארען, אויסבילדען דעם ציוניזמוס און דאס בעזיעגען פון דיא אידישע קהלות, אט דאס דאר־פען מיר יעצט האבען. ווען דיעזער פראגראם וועט זיין דורכגעפיהרט, דאן וועט עס טעגליך זיין צו מאכען פון דיא אידען דאס גרעסטע קולטור פאלק אויף דער ערד. אונזערע גייסטיגע פעהיגקייטען
אורזאכע: ווייל מען דארף ניט האבען אזוי פיעל ארבייטער אויף איין פלאטץ און ווייל איינער קאנ־ קורירט אויף אזוי פיעל דעם צווייטען, אז זיי הא־ בען נאכהער ביידע גאר ניט פון זייער ארבייט. דאס קען מען פערהינדערן ווען זיי וועלען זיך פער־ אייניגען, אנשטאט צו שטרייטען איינער מיט דעם צווייטען. זיי מוזען אויפהערען צו ארבייטען אנאר־ כיסטיש און זיך אנשטאט דעם ארגאניזירען. ניט קאנקורענץ, זאנדערן קא־אפעראציאן, דאס איז אונזער עצה. אָהן געלד, נאטירליך, זיינען זאלכע קא־אפע־ ראטיווע געזעלכשאפטען ניט מעגליך. אבער דאס ביסעלע קאפיטאל צו אזא צוועק קען מען נאך אימער קריעגען; ליידער ווערט דאס אבער ניט פערווענדעט צום ריכטיגען צוועק. הונדערט טוי־ זענד אידען עמיגרירען יעדעס יאהר פון אסטען נאך וועסטען. עס מאכט ניט אויס וואו זיי פאה־ רען, געלד קאסט עס יעדענפאלס. דיא עמיגראנ־ טען ספענדען אלזא מיליאנען יעדעס יאהר אין רייזען. וואס פאר א נוטצען בריינגען דיעזע מיל־ ליאנען? גאר ניט. מען וועט פיעללייכט זאגען, אז דאס איז דער פרייז וואס דיא אונגליקליכע פון דער גהעטטא בעצאהלען פיר פרייהייט. אך, פרייהייט! אין דיא סוועט־שאפס פון איסט לאנדאן און ניו יארק האט דער אידישער טאג־ לעהנער ניט מעהר פרייהייט וויא אין רוסלאנד, גאליציען און רומעניען. זאל ער שוין בעססער בלייבען וואו ער איז. ער קען אויך אין דער היים לערנען דיא מלאכה וואס ער שטודירט אויס אין לאנדאן, ער קען אויך אין דער היים מאכען קליי־ דער און שיך, גראדע וויא אין לאנדאן, ער קען זיי נאכהער ארויסשיקען אין דיא מארקעטס פון דער וועלט און זיך ערשפארען דיא מיה צו וואנ־ דערן אהין. ווען ער מאכט דאס געלד אין דער היים וואס ער פערדיענט אין לאנדאן, איז איהם פערהעלכענסטעסיג גאנץ גוט. וואס עס איז הונגער־לוין אין לאנדאן מוז מען בעטראכטען אלס גוט בעצאהלט אין מינסק אדער אין ווילנא, יאסטי אדער גאלאטץ. און דער אר־ בייטער איז דאן ניט אבגעריסען פון זיין פאמיליע, זיין צירקעל און זיינע געוואהנהייטען. דיא רייזע־ הוצאות וואס ער ערשפארט, און וועלכע ער ביז־ איצט אדער ער קען קריעגען, וואלט געווען גאנץ גענוג אוועקצולעגען אלס פונדאמענט פיר א קא־ אפעראטיווע געזעלכשאפט. טוך, לעדער און אלע אנדערע עהנליכע ארטיקלען, קען מען לייכט קרי־