The Maccabaean · Vol. II, No. 2 · February 1902
132printed page
scan 80 of 80

המכבי

א מאנאמליכער זשורנאל

געווידמעט פיר ציוניסטישע וויסענשאפט און אידיש-נאציאנאלע ליטעראטור

נומער 2

פעברואר, 1902 שבט

צווייטער יאהרגאנג

ניט צו אונזער לאנער; אבער מיר נעפינען ניט גענוג ווערטער וויא אנצורופען דיא "לופט-ציוניס" טען", דאס הייסט: דיא יעניגע וועלכע טראגען בלויז א ציוניסטישע מאסקע, דענן זיי שארען דיא הייליגע בעווענונג פיעל מעהר וויא דיא גרעסטע פערביסענע אנטי-ציוניסטען.

אין דיעזען נומער וועלען אונזערע לעזער געפינעןבקיצור וויא מענליך וועגען אללעס וואס איז פאר-געקומען ביי דעם פינפטען קאנגרעסס אין באזעל.אונזער פלאטץ איז ליידער בעשרענקט צו געבעןאללע איינצעלהייטען, דארונטער דיא רעדע פוןדר. הערצל און דר. נארדוי. מיר צווייפלען ניטאז דיא מייסטע פון אונזערע לעזער זיינען שויןזיעמליך בעקאנט מיט דיא איינצעלהייטען פוןקאנגרעס פון דיא מעגליכע אידישע צייטונגען. מירהאבען זיך דארום צופריעדען געשטעלט ארויס-צונעהמען בלויז דיא וואס פון פינפטען קאנגרעספיר דיא לעזער פון דיא אידישע אבטהיילונג.

* * אללע נאציאנען לעבען און האפען, אבער מיר אידען האפען און לעבען; דען דער אידישער פאנ-צער אין אללע צייטען איז איממער געווען דיא האפפנונג וואס איז פיעל מעכטיגער פאר דיא ביטערע ערפארונג וואס מיר האבען פון דער פערגאנגענהייט.

דר מאקס נארדוי'ס רעדע אין באזעל, ביי דעם פינפטען ציון-קאנגרעסס, איז דארום א פראכט-פאלע שילדערונג, וויא אזוי דער "אזישיר" פון מארגען שרייט אריבער ביי דעם אידען דעם "איכה" פון היינט. דיא טרעהרן-הארפע וואס מיר הערן היינט פון אונזערע ברידער, ווערט פערטויבט פון דעם מעלאדישען "מארגען" וואס דער ציוניזם מורמעלט אונז אין אויער.

אינהאלטס־פערצייכניס.פליקען און געדאנקען.....דער קאנגרעסס.....דר. הערצל'ס רעדע.....דר. נארדוי'ס רעדע.....וואשינגטאן, בוקארעסט, ירושלים (פאעזיע)...וויא שטעהען מיר.....דעס דיכטער'ס מן־המצר (פאעזיע).....דיא טעג און דיא יאהרען (פאעזיע).....וואס ציוניזמוס האט אויפגעטהאן.....דער אונטערגאנג פון „הדור“.....חת מיט הערינג.....גלגול פון א פראפקע.....אהן האפנונג.....ז. ווענדראווסקי צום „המכבי“ (פאעזיע).....גרינבערג אונשטערפליכקייט.....ליטווישער פילאזאף ציוניסטישע נייעס

בליקען און געדאנקען

— זייא זאגען — וואס זאגען דיא אנטי-ציוניסטען? — זאללען זיי זאגען. * * * דר. מאקס נארדוי האט אין זיין מייסטערהאפטע רעדע אין באזעל גערעדט פון דיא "לופט-מענשען" צווישען אידען. מיר דיינקען אז דר. נארדוי האט געוויסס ניט געמיינט דארונטער דיא "לופט-ציוניסטען"; ער וואלט זיכער ניט בעצייכענט דיעזע קלאסע אונטער "לופט-מענשען", ווייל א "לופט-ציוניסט" איז גאר קיין מענש, אפילו קיין לופט מענש אויך ניט. * * * * * יא, דער "המכבי", איז גענוג טאלעראנט צו רעספעקטירען זאגאר דיאיעניגע וועלכע בעלאנגען