אין זיין פיסעל אריינגעשטעקט. מיר האבען דאס שוין ארויסגענומען, און ער שיינט זיך צו בערוהיגען, דאך זיפצט ער און קרעכצט נאך גענוג. מיט וועלכע געפיהלען למך האט געלעזען דעם בריעף, קען דער לעזער זיך א פארשטעלונג מאכען. ער איז געווארן בלאס און רויט, ער האט געפלוכט און געשאלטען; אבער עס איז געווען פערפאלען, ער האט זיין פלימיאניק צונעזאגט צו זיין קוואטער און מוז האלטען ווארט. דיא גאנצע וואך איז געווען זעהר שען. דיא זון האט געשיינט און געווארמט דיא גליעדער, זיא האט אבגעטריקענט דיא בלאטעס פון דיא גאסען, מענ-שען זיינען זיך פערגניגט ארומגעגאנגען, און למך האט זיך געערגערט, איהם האט פערדראסען דאס זיך געטרייסט דאס פרייטאג וועט זיין א שלעכ-טער וועטער, נראד פרייטאג ווען ער דארף געהן אזוי ווייט צום ברית דאמאלסט וועט עס רעגענען און ווינטעווען, ער האט שוין אזא מול, מיט איהם געהט אלעס קאפויער. דאס דיא גאנצע וועלט וועט מיט איהם מוזען מיטליידען האט איהם אפילו א גרויסע הנאה נעמאן; אבער דיא וואך פון שעהנע וועטער דאס האט איהם פערדראסען. פרייטאג איז געקומען און טאקע מיט א זעהר שלעכטען וועטער, דאס האט איהם אביסעל אב-געלעבט. דורך שטורם און ווינד, דורך רעגענגוס איז ער מיט א פרעהליכע הארץ געגאנגען צו זיין געפפע צום ברית. דורכגענעצט וויא א קאטץ און מיט צייגער וואס האבען איהם געקלאפט אין מויל איז דער לאנגער למך ענדליך אריין געקומען אין זיין געפפעס הויז. אין האל איז געשטאנען פערשיעדענע געשירען און זאכען, וועלכע דער קליינער יעקיל האט געליהען צום ברית. למך האט געהאט א פראקטיצירטע אויג. מיט דעם ערשטען בליק וואס ער האט אויף דאס געווארפען האט ער פערשטאנען דאס מען ריכט זיך אויף א גרויסע געזעלשאפט, און דעם פערגניגען וואס ער האט געהאט פון דעם שלעכטען וועטער האט ער אויסגעקריינקט מיט דעם געדאנקען, און איז מיט א פערקרימטע מיענע אריין אין הויז. "א ה א נקעל!" האט דער קליינער יעקיל געזאגט וויא ער האט איהם דערזעהן, "עס פרעהט מיך זעהר וואס איהר זייט געקומען און אויך אין דער צייט, קומט מיט מיר אין שלאף צימער און זעהט וואס דיא קינדבעטארען מיט דעם קינד מאכען." אונוויליג איז למך מיטגעגאנגען.
געטאן, "עס איז פארט אן אינגעל!" און זיין גע-זיכט האט זיך פערפינסטערט. פלוצלינג האט ער דערזעהן אין דעמזעלבען בלאט א ליסטע פון דיא וואס זיינען אין דעם פאריגען טאג געשטארבען, און זיין געזיכט האט זיך דערהייטערט פינף טעג זיינען פערגאנגען אהן פון יעקלען עט-וואס געהערט צו האבען, און דער לאנגער למך האט אנגעפאנגען צו האפען דאס דער קינד איז געשטארבען, דא קומט דער בריעפטרענער און דערלאנגט איהם א בריעף. ער האט איהם האס-טיג אויפגעריסען און האט מיט פערדרוס פאר-געגרעס געלעזען: "ליעבער אָנקעל! — איך ווייס איהר וועט אייך פרייען דאס מיין קריינע איז גאט צו דאנקען איר כערגעקומען, זיא האט געהאט א שעהנעם אינגעל. אנפאנגס איז ער אפילו געווען זעהר קליין און האלב צוקראכען, דאך ער ווערט גרעסער און שטארקער יעדען טאג, ער שרייט זעהר פיעל, זיין פארב איז עפיס גאר גיט מענשליך, ער זעהט אויס וויא א שטיק אבגעשוגרענע פלייש. איך מיט מיין קריינען האבען זיך זעהר געשראקען, אבער דיא ווארטס פרוי האט אונז פערזיכערט אז עס מוז זיין אזוי. מיר ווייסען כמעט גאר גיט פון בייביס און מיר מוזען זיך צופריעדען שטעללען מיט וואס דיא ווארטס פרוי זאגט אונז. מיר דענקען דאס ער וועט זיין א קלוגער; דיא ווארטס פרוי זאגט זיך איז זיכער דאס ער וועט זיין א קלוגער, ווייל ער האט קיין שלאף אין זיך. איהר קענט אייך פארשטעלען דאס מיר פיהלען זיך גליקליך, דאך זיינען מיר אויך גענוג פערמאטערט, אבער דאס מוז זיין אזוי, דער ברית וועט זיין פרייטאג צעהן אוהר מארגענס, פערגעסט גיט און קומט צו דער צייט, איהר דארפט קיין מורא האבען, איך האב איינגעלאדען נאר דיא געהנסטע און בעסטע פריינד, קיין גרויסע געזעלשאפט וועט גיט זיין. עס שטערצט מיר אייך צו שרייבען דאס דער ליעבער קינד איז היינט זעהר אומרוהיג, ער שרייט אהן אן אויפהער, און וויל זיך גיט בערוהיגען, איך האב אנגסט ער האט פיבער. אייער געטרייער געפפע, יעקיל קליינאוויץ. גאכשריפט. איך עפען דעם בריעף וויעדער אייך דיא פרעהליכע גאכריכט מיטצוטהיילען דאס מיר האבען אויסגעפונען דיא אורזאכע ווארום דער אינ-געל איז געווען אזוי אומרוהיג, עס איז גיט געווען פיבער וויא איך האב געדענקט, נאר א קליינע שפילקעלע וועלכע דיא ווארטספרוי האט אומגער