The Maccabaean · Vol. II, No. 5 · May 1902
288printed page
scan 48 of 54

רער שפיטצע. עס איז נאך צייט, ווען יעדער ציוניסט וואס מיינט ערנסט זאל זיך נעהמען צו עקספלארירען זיין איינענעם קארנער. דאן מענען מיר נאך האפען אז נויארק וועט זיין וואס אלע בשיים הבטחוני.

בש"ם הכוסתנאי.

למך אויף א כרית

—אדער—

א פילאָזאָף וואס קוקט דורך שווארצע בריללען.

הומאָריסטישע ערצעהלונג פון משה שיינדלינג.

למך אלטמאן, אדער וויא זיינע בעקאנטע הא־בען איהם גערופען, "דער לאנגער למך", איז גע־ווען אן אלטער בחור אריבער דיא פופציגער. ער איז געווען א וואונדערליכער מענש, זעהר אונ־פריינדליך און מיט א טרויריגען אויסזעהן. ער איז ניט געווען צופריעדען מיט זיך און דיא וועלט. ער האט זיך געפיהלט עלענד, און איז געווען עלענד ווען ער האט געהאט דיא בעסטע גרינדע צו זיין גליקליך. זיין איינציגער טרייסט פון זיין לעבען איז געווען אלעמען ארום איהם עלענד און טרויריג צו מא־כען, ווען ער האט דאס געקענט טאן, איז ער נאר לעבעדיג געווארן. פורים און שמחת תורה ווען דיא נאנצע וועלט געהט אין שוהל און מאכט זיך פרעהליך, פלעגט ער זיטצען אין הויז און טרוירערן; אבער ווען עס איז געקומען תשעה באב, פלעגט ער זיך אויספוטצען און געהן אין שוהל זעהן וויא מענשען וויינען און קלאגען.ער האט ניט געהאפט, און ווען ער האט יא אמאל עטוואס געהאפט, איז דאס געווען צום שלעכטען. ווען איינער האט איהם ערצעהלט א חלום, פלעגט ער דאס באלד אויסלעגען צום שלעכ־טען; ווען איינער האט איהם עפעס גוטס גע־וואונשען, פלעגט ער שאקלען מיט דעם קאפ און זאגען דאס ער גלויבט ניט צו איהם זאל אזא גליק קומען. מיט איין ווארט, ער איז געווען דער מיזע־ראבעלסטער מענש אין דיא וועלט, פון עלענד און מיזען איז ער מאגער געווארן.אזא מענש וויא למך אלטמאן האט נאטירליך אלעס און אלעמען פיינד; אבער מעהר פון אלצ־דינג האט ער פיינד געהאט קליינע קינדער, בייבים