אויף ציון'ס פעלדער
אויף אייערע גאלדענע זאנגען, צווייף אין צושפרייט אין דעם טהאל, וויא טרויטעריש שוועבען יהודה'ס נעזאנגען, און טעמים מיט וואונדער אהן צאהל. עס דאכט זיך עס ווינקען פון ווייטען פיעל שאטענס—עס הערט זיך א קול-פערגעסענעס ליעד פון פארצייטען, א ניגן, א שפרוך פון א מאל! וויא ליעב זיינען זייערע ווערטער, זיי רעדען זא זיס זא געטרייא, עס ציעהען גאנץ אלטע געשלעכטער, א פריש נייער דור געהט פארביי... ווייס קייקעלט זיך איבער דיא פעלדער דער דונער ווען עס שטורמט וועלדער, ווען עס שאקלען זיך שטילל דיא וועלדער, און עס פליהען דיא בלעטער מיט קלאנג; ווייס לויפט צווישען בערג דער גערודער, דער בת־קול קלינגט פיעל הונדערט מאל, ווען עס ווארפען דיא חוואלעס זיך אנידער פון בארג אין דעם פרעהליכען טהאל. דאך דרינגט יא נאך טיעפער, נאך ווייטער דאס טרויטעריש שטילענקע ליעד, און וויא נור עס קומט ווערט דארט הייטער און פרעהליכער יעדעס געמיט. נאך ווייטער, נאך טיעפער... דיא ליעדער זיי קלינגען—עס טאנט שוין דיא נאכט—דאס אלטעס ווערט לעבעדיג וויעדער אין נייער, אין רייסענדער מאכט. עס ווערט לויטער, עס שלאגען דיא פלאמען—געריסען דיא פינסטערע נאכט! דאס אלטע דאס שליסט זיך צוזאמען מיט'ן נייעם אין רייסענדער מאכט... ווער רעדט מיט'ן הארצען? דיא ווערטער זיי קלינגען זא זיס, זא געטרייא—עס ציעהען גאנץ אלטע געשלעכטער, א פריש נייער דור געהט פארביי. אברהם רייזן.
א צירקום אין חרם
אין גאלאטץ (רומעניען) איז פארגעקומען אמערקווירדיגע געשיכטע וועלכע האט זיך אויסגע-לאזען מיט א זיעג פאר אידען און א מפלה פארא ביטערן אנטיסעמיט.מיט צוויי וואכען צוריק איז אין גאלאטץ אנגע-קומען אן איטאליענישער צירקוס אונטער דער די-רעקציאן פון דעם בעריהמטען קינסטלער אוירער-ליא. ווען דער דירעקטאר האט גענומען אויפ-שטעלען זיין געביידע פאר דעם צירקוס, האט ערערקלעהרט אז ער וויל קיין אידען בעשעפטיגעןביי דער ארבייט און האט זיך אויך ענטזאגט צוקויפען מאטעריאל פון אידען. ער האט געמיינטזיך צו שטייכלען צו דיא אנטיסעמיטען און פאל-גען זייער עצה כדי צו האבען מעהר ערפאלג.נאכדעם וויא דיא געביידע איז פערטיג געווארען